דאס לעבן אין שטעטל סקווער

באמת האב איך גרייט אן ארטיקל ארויסצוברענגען די לעכטיגע זייט פונ’ם שטעטל סקווער בגשמיות און  אוודאי ברוחניות. נאר… איך בין די גאנצע צייט מסופק אויב וואס איך טוה מיט’ן שרייבן אויפ’ן אינטערנעט איז אויסגעהאלטן ע”פ תורה האב איך אויף דערווייל מחליט געווען אז איך וועל נישט ווייטער שרייבן, צוליב דעם פאלגענדן.

דער ציהל פארוואס איך האב געעפנט דעם בלאג איז, ווי יעדן באקאנט, קלאר צו שטעלן א צווייטן צד אינ’ם נושא וועלכע ווערט געשריבן אינ’ם בלאג ‘אין סקווער’, איך האב געפילט אז עמך יודן און בעלי בתים וועלכע קומען אן צופעליג צום בלאג וועלן אוועקגיין מיט’ן אימפרעשן אז זיי האבן טענות וואס מ’קען נישט אפפרעגן. דעריבער האב איך קלאר ארויסגעברענגט אז עס איז פארהאן א פאזיטיווער זייט, און ווי איר קענט זען האט דאס געהאט א געוואלדיגער אפקלאנג. אזוי ווייט  אז ‘אין סקווער’ האט גענוצט כל שום וחניכה אוועק צו מאכן מיינע נקודות, אן קיין ריכטיגע ענטפער, נאר בכל לשון של בזיון וואס ער האט געטראפן אינם ווערטער בוך. איך האב געגעבן דעם געלענהייט צו קאמענט’ן און איך האב אקצעפטירט ‘אלע’ קאמענט’ס וועלכע זענען געווען זאכליך, און אפגעענטפערט דיע וועלכע האבן געדארפט אן ענטפער. ‘זיי’ האבן נישט געוואלט נוצן דעם בלאג צו דעבאטירן, צוליב דעם וואס זיי האבן געוואוסט אז ‘דא’ וועט מען נאר קענען רעדן ‘צום זאך’, און דאס זענען זיי דאך נישט ביכולת.

איך האב געקריגן דעם געפיל אז איך האב שוין אויפגעטוהן מיין ציהל, ‘מישן עקאמפלישד’. איך האב זייער קלאר מסביר געווען דעם פאזיטיוון זייט פונ’ם ענין אזוי אז ווער ס’וויל פארשטיין האט די מעגליכקייט. און ווער ס’האט א געשמאק זיך צו קאכן אין דברי בזיון וליצנות אויף כל דבר שבקדושה איז וועלקאם צוריק צו גיין צו ‘אין סקווער’, פארשטייט זיך אויף אייער אייגענער אחריות. ווי עס זעט אויס איז נישט פארהאן קיין פלענער ביי ‘אין סקווער, זיך אפצושטעלן עני טיים סאאן.

איך דאנק אייך זייער פאר’ן מיר אויסהערן, אי”ה אויף בעסערע פלעצער.

2 thoughts on “דאס לעבן אין שטעטל סקווער

  1. איך שטים צו הונדערט פראצענט. ‘מישן עקאמפלישד’. עס האט יעדער געזען איינמאל פאר אלעמאל וואס זיין אמת’ע ציל איז, און ער האט זיך איינמאל פאר אלעמאל אויפגעדעקט זיין אמת’ער פרצוף.
    איך וויל נאר צולייגן איין וויכטיגע זאך: נישט נאר איז ער נישט געקומען דא דעבאטירן, ווייל ווען עס קומט צו רעדן צום זאך איז ער באנקראט, נאר אפילו אויף ‘אין סקווירא’, אויב האט איינער שוין יא געווואלט ענטפערן צו דער זאך, האט ער דאס אראפגעשמיסן נאך עטליכע מינוט.
    איך האב נעכטן פראבירט מער ווי איינמאל צו רעאגירן, און נאכ’ן זיין אויפ’ן בלאג עטליכע מינוט איז עס געווארן אראפגעווארפן. אזוי האט זיך עס איבערגעשפילט עטליכע מאל.
    ביטע פארעפענטליכן די פאר שורות, למען ידעו.

  2. א סימפל אנשולדיקט ביסט גערעכט עס איז ארויס געפלויגען אוטאמאטיק צי ספאם אבער ווי נאר מהאט באמערקט דיין קאמענט איז עס אריין

וואס האלט איר?

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out / Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out / Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out / Change )

Google+ photo

You are commenting using your Google+ account. Log Out / Change )

Connecting to %s