וואס איז דער סקווערע רבי’ס רצון?

ב”ה איך הער צוריק געוואלדיגע גריסן פון אידן וועלכע ווילן הערן די צווייטע זייט פון די מטבע.

איין שאלה וועלכע אסאך האבן געפרעגט וויל איך דא אדרעסירן, אבער איך וויר נאכאמאל קלאר שטעלן, אז דאס איז א דעת יחידאה, עס איז מיין אייגענע מיינונג אלס א סקווערער נאכפאלגער, און אלס איינער וואס ווייסט די פאקטן אויף ביידע זייטן פון די מטבע, און אויב האלט איר אנדערש, זענט איר בארעכטיגט.

איך בין בכלל נישט דא זיך צו מתווכח זיין מיט דיע וועלכע קענען נישט פארנעמען די בליה און וואוקס פון סקווער, און זענען פארנומען מיט’ן מאכן ליצנות האפנדיג אז אזוי ארום וועט מען נישט דערהערן די ריכטיגקייט פונם מיינע ווערטער, ווי געשריבן אינ’ם פריערדיגע ארטיקל. איך קום נישט זיך דינגען מיט זיי, איך וויל נאר קלאר שטעלן וואס עס איז די אנדערע צד לויט ווי א פשוטער מענטש קוקט עס אן.

די שאלה וועלכע איך וויל אדרעסירן איז: וואס וואלט דער סקווערע רבי שליט”א געוואלט מען זאל טוהן?

דער פשוטער ענטפער האט דער סקווערע רבי אליין עטליכע מאל קלארגעשטעלט אלס זיין פערזענליכע מיינונג, אז ער וויל נישט קיין מעשה אלימות, און אז דאס איז קיינמאל נישט געווען דער דרך אין סקווער. וואס יא? לאמיר גיין צוביסלעך.

איך האב קלאר געשטעלט אינ’ם פריערדיגע ארטיקל אז דער ציהל פון דיע וועלכע האבן אוועקגעשטעלט נאך א מנין פאר שחרית-מוסף שב”ק איז געווען, דערמיט אונטער צו ברענגען דער כח ההנהגה פון סקווערן רבי שליט”א. און דאס איז א הירוס אין אידישקייט און אין מנהג המקום, ווייניגסטנס פאר די וועלכע ווילן זיך האלטן צו דער הנהגה, און דאס זענען די מערהייט פון די סקווערע איינוואוינער, און סקווערע חסידים בכלל. און ווי מיר זעהן עס נאך קלארער אין די לעצטע אויפשטייג אין שרייבעכצער פון זיי, ווי זיי האסן פשוט דער הנהגה אין סקווירא, און זיי האבן זיך געשטעלט פאר א ציהל עס אונטערצוברענגען אויף איעדע מעגליכע וועג.

דער סקווערער רבי האט זיך קלאר ארויסגעשטעלט און ברבים מוחה געווען אז מאכן נאך א מנין שב”ק איז אנטקעגן דעם רצון פונ’ם מייסד פון שטעטל, סקווערע רבי זי”ע, און ער האט געבעטן אז מ’זאל עס זעהן אפצושטעלן באצייטנס נאך פאר עס וועט מאכן א ברודער קריג אין שטעטל. העכסט פארשטענדליך אז דער ערשטער מהלך איז מיט’ן רעדן שיין, און פרובירן איבערצורעדן די מהרסים אז זיי זאלן נישט מאכן קיין מחלוקת, און נישט שטערן די הנהגה.

אז דאס ארבעט נישט דארף מען גיין א שטאפל ווייטער, אבער פארשטייט זיך אז דער רבי’ס רצון איז אז אלעס מוז זיין אויסגעהאלטן על פי תורה ולהבדיל ע”פ חוק, ווי ער האט קלאר געלאזט וויסן. דהיינו, מדארף טוהן אלעס וואס איז ערלויבט לויט’ן שו”ע צו טוהן פאר מהרסים און מחרחרי ריב. מ’מעג מוחה זיין ברבים, און עס זענען מן הסתם פארהאן אנדערע הלכות וואס מ’דארף טוהן אין אזעלכע פעלער. ער האט געשטעלט ממונים קער צו נעמען דערפון.

אין די זעלבע צייט ווי די וועלכע זענען געווען באאויפטראג צו פרובירן אפצושטעלן די מהרסים האבן געארבער הינטער די קוליסן, זענען געקומען בחורים און יונגע יונגעלייט מיט היציגע בלוט, און זיך נישט קענענדיג איינהאלטן צו זען ווי דער כבוד פון זייער רבי און מנהיג ווערט אזוי פארשעמט, האבן זיי אויף די אייגענע הענט אונטערגענומען שריט ווי מזיק זיין נכסים וכדומה, וואס איז מעגליך נישט אויסגעהאלטן ע”פ שו”ע, אפשר יא, מ’דארף פרעגן א פוסק, און עס איז ליידער געגאנגען אזוי ווייט ווי מזיק זיין נפשות. עס איז קלאר געטוהן געווארן על דעת עצמם, דער סקווערע רבי האט קלאר געזאגט אז מ’זאל נישט טוהן פעולות אלימות וועלכע זענען נגד התורה.

יא, די בחורים און יונגעלייט האבן עס געטוהן וועגן זיי זענען חס אויף די כבוד פונ’ם רבי’ן, און עס איז א געוואלדיגע צער, צו הערן ווי אייגענע מענטשן זענען מבזה דער רבי און די גאנצע הנהגה, און זיי שטעלן זיך ארויס אויפן גאס ווי פיינע מענטשן וועלכע ווילן העלפן סקווערע איינוואוינער. פאר יעדער נארמאלער געזעצטע מענטש האט געשטערט צו הערן די דברי בזיון וואס די מהרסים האבן געזאגט אויף זייער רבי און מנהיג אויף וועלכע זיי קוקן שטארק ארויף, ווי באקאנט.

און אצינד צום שאלה. אויב האט דער סקווערער רבי נישט געוואלט מ’זאל טוהן מעשה אלימות, פארוואס האט ער נישט מוחה געווען ווען מ’האט מזיק געווען מענטשן, און געטוהן ווילדע שטיק?

ווער עס קען דער סקווערע רבי און זיין הנהגה ווייסט גאר גוט, אז דער סקווערע רבי איז נישט קיין ראש ישיבה, אדער משפיע, און עס איז אינגאנצן נישט זיין דרך אריינצורעדן אין סכסוכים אדער מוחה צו זיין אויף סיי וואס ברבים. אדרבה, ווען האט איר דורכאויס די 45 יאר אלס רבי און מנהיג געהערט דער סקווערע רבי מוחה זיין אויף סיי וועלכע מעשה אלימות עס איז פארגעקומען אין שטעטל? עס איז נישט זיין וועג. דער סקווערע רבי איז א מנהיג פון חסידות סקווירא אין די וועלט און בפרט אויפן שטעטל סקווער, און ער רעדט בכלל גאר ווייניג ברבים, און בפרט זיך אריינצומישן אין סכסוכים און מחאות.

ווער עס קען דער סקווערע רבי האט נישט ערווארטעט דער רבי זאל מוחה זיין אז מ’האט אויפגעהאנגען איינעם’ס שיך אין ביהמ”ד, אדער אז מ’האט אויסגעשאסן איינעם’ס קאר פענסטער, ער האט דאס נאך קיינמאל נישט געטוהן און וועט דאס קיינמאל נישט טוהן.

עס צו לייגן אין פערספעקטיוו. קיין אמעריקאנער ערווארט נישט פרעזידענט אבאמא צו פארדאמען א שטעכעריי אין הארלעם, ווייל צו דעם זענען פארהאן פאליציי און אנדערע אויטאריטעטן וועלכע דילן מיט די אינצידענטן. להבדיל, אין סקווירא זענען פארהאן (אויסער די אייגענע עלטערן) משפיעים, ראשי ישיבה און משגיחים וועלכע זענען פאראנטווארטליך קער צו נעמען פון בחורים וועלכע פירן זיך נישט אויף כהוגן, און צו זאגן אז דאס איז דער סקווערע רבי’ס רצון און ער איז שולדיג אין מעשה אלימות פון בחורים וועגן ער האט נישט מוחה געווען איז א שטות.

די מהרסים דרייען שוין מיט’ן פינגער… אזוי!? ער איז נישט מוחה? פארוואס האט ער מוחה געווען אנטקעגן דער פרידוואלד מנין?

גוט געפרעגט… אבער עס איז זייער פשוט. עס איז זיין תפקיד. ער האט איבער גענומען א רביסטעווע און אן הנהגה, מיט אן אחריות עס צו פירן ווי דער רצון פון זיין טאטע, סקווערע רבי זי”ע. און אויב קומען מהרסים און ווילן עס אונטערברענגען, דארף ער טוהן וואס נאר מעגליך, און אויך ארויסגיין מגדרו און ברבים מוחה זיין דערויף. להבדיל ווען עס קומט פאר א טעראר אטאקע אין באסטאן וועט פרעזידענט אבאמא ארויסקומען עס פארדאמען, ווייל דאס איז זיין תפקיד אלס פרעזידענט.

איך מיין אז מיינע ווערטער זענען גאנץ פשוט און פארשטענדליך למי שיש לו מח בקדקדו און פארשטאפט עס נישט.

דאס איז מיין מיינונג, א דעת בעל הבית. האלט איר אנדערש? קיין פראבלעם. לאזט א קאמענט. איך וועל זיך באציהען צו קאמענטס וועלכע זענען רעספעקטפול.

13 thoughts on “וואס איז דער סקווערע רבי’ס רצון?

  1. קודם א גרויסן יישר כח. ענדליך קען מען רעדן א ווארט-צוויי אביעקטיוו…
    איך וויל פשוט פארשטיין: ווען האט דער רבי שליט”א מוחה געווען אויף דאוונען אין פרידוואלד
    וואס איך ווייס איז אז דער רבי האט עטליכע מאל מוחה געווען ברבים אויף מעשה אלימות, און באהאנדלט דעם פרידוואלד פראבלעם מיט די ראשי הקהילה און דיינים, און קיינמאל גערעדט דערוועגן ברבים

  2. זייער פיין ארויס געברענגט, למעשה קומט אויס אז די אלע וואנדעליזם און טעראר איז נגד רצון קדשו פונ’ם רבי’ן, אויב אזוי פרעגט זיך נאכאמאל די קשיא, פארוואס פרייען זיך אלע יינגעלייט אין כולל ווען מ’טוהט קעגן דעם רבי’ןס רצון?
    עס קוקט אויס אז סגייט זיי ווייניג אן צו מ’טוהט דעם רבי’ןס רצון, אדער נישט, די עיקר אז אונזער טיעם באזיגט די שונאים, און עס לאזט א רושם אז נשתכח דרך הבעל שם הק’, ווייל די ריכטיגע חסידים וואלטען געווייטאגט אז די רבי’ןס רצון ווערט צושטערט!
    הלמאי, דאס איז היינט סקווירא?

    • איך פארשטיי נישט פונקט וואס דא גייט פאר. עס קוקט אויס ווי וואנדעליזים און טעראר גייט אן אין סקווירא אויף א טאג טעגליכע פארנעם, אבער לויט מיינע ידיעות האט זיך דאס אפגעשטעלט פאר צוויי יאר צוריק ווען דער רבי האט קלארגעשטעלט זיין מיינונג, און זינט דאן איז שטיל און רואיג מער ווייניגער

    • קלויב אויס איינס…
      1. נישט אלע יונגעלייט פרייען זיך, לכאורה א מיעוט
      2. עס זענען דא יונגעלייט וואס מיינען אז עס איז יא דער רבי’ס רצון
      3. נצחון איז א טבע, און ס’פארלאנגט זיך גבורה זיך נישט צו פרייען
      4. ס’איז דא א יצר הרע
      5. זיי מיינען אז אזוי וועט מען אויפהערן פארשעמען סקווער און דער רבי
      6. איך ווייס נישט…

      די זאגסט ‘נשתכח דרך הבעל שם’. עס איז אמת, אבער די וועלכע לערנען ספרי תלמידי בעל שם הק’ דערמאנען זיך. און ריכטיגע חסידים בלוטיגן טאקע אויף דער געפערליכע הירוס וואס גייט פאר, און אין דער זעלבער צייט שטערט זיי ווען יונגעלייט נעמען שריט על דעת עצמם נגד רצונו פון רבי’ן
      און צום לעצט. נישט דאס איז סקווער, עס איז אפשר א גאר קליינער פראצענט פון סקווער

  3. האסט נאר גענטפערט וואס די רבי האט נישט געוואלט ,האסט נישט גענטפערט וואס ער וואלט יא געוואלט טוהן פאר אזעלכע מהרסים וואס זיי זענען מהרס א זאך וואס עס איז יא זיין תפקיד, אין ער גייט ארויס פאר דעם חוץ מגדרו, און ער זאגט אפען און קלאר דעת קדשו, אז מען טאר נישט ארויס גיין דאווענען און פרידוואלד,און מען גייט יא ,פרעג איך נאכאמאל,וואס ער האט נישט געוואלט, האסטו מיך זייער גיט אפגענטפערט,וואס וואלט אבער יא געוואלט?

    • זייט מוחל און ליינט איבער…
      דער סקווערער רבי האט זיך קלאר ארויסגעשטעלט………..
      אז דאס ארבעט נישט דארף מען גיין א שטאפל ווייטער……………

    • ליין ווייטער……..
      דהיינו, מדארף טוהן אלעס וואס איז ערלויבט לויט’ן שו”ע צו טוהן פאר מהרסים און מחרחרי ריב. מ’מעג מוחה זיין ברבים,
      איך פארשטיי אז דו ווילסט מער דיטעילס… אבער איך ווייס נישט אלעס און דער רבי האט זיי נישט געזאגט פאר’ן ציבור נאר פאר די יחידים וועלכע זענען באאויפטראגט דערויף

      • לכאורה איז די שטאפעל אז מזאל נישט האלטען זייערע קינדער אין די מוסדות

    • איך קען נאר טראכטן פאר מיך. איך וואלט לכאורה געזאגט דעם עולם אז מ’זאל אפהאקן סיי וועלכע שייכות מיט די מהרסים. איך קען אבער נישט זאגן וואס דער רבי טראכט

  4. זאג מיר פליז די אמת וואס די האלסט וואס וואלט די רבי געוואלט ענדישער? איינס פון די צוויי אפשינס

    אדער זאל מען נאר טוהן וואס עס שטייט אין שו”ע, אבער אין אזא פאל וועלן גיין 50 60 מענטשען צו פרידוואלד.

    אדער זאל מען לאזען די היציגע טוהן, וואס זיי האבען צו טוהן און מוועט שוין זאגען פאר די עולם אז מען איז נישט מסכים צו דעם, וואס אין אזא פאל וועט מען אויפהערן צוגיין

    • הונדערט פראצענט פאזיטיוו אז דער רבי וואלט זיך נישט אוועק גערירט פון וואס עס שטייט אין שו”ע
      און ער וואלט אויך נישט געשטיצט אז אנדערע זאלן אזוי טוהן

Leave a reply to Fin Skver Cancel reply