דע מה שתשוב

צום אלעם ערשט וויל איך קלאר שטעלן אז איך בין נישט קיין אפיציעלער פארטרעטער פון סקווער און איך בין נישט באשטעלט געווארן דורך קיינעם.

 איך האב נאר אין די לעצטערע צייטן באקומען לינקס צו פארשידענע געשרייבעכצער, אין וועלכע איך זעה א געפערליכע האס און שנאה צו סקווירא, און איך, זייענדיג א נאכפאלגער פון סקווער, בין זייער געטראפן פון דער פאקט אז עס ווערט נישט אפגעענטפערט געהעריג, און מאנכע מיינען אז עס איז א בחינה פון שתיקה כהודאה. איך ווייס אז איך לאז מיך אריין אין דעליקאטע עניינים, אבער מיינע געוויסן הייסן מיר דאס צו טוהן, און איך פיהל אז עס איז אן עת לעשות.

אויך וויל איך קלאר באטאנען אז איך ווייס זייער קלאר אז איך גיי נישט טוישן די מיינד פון די מחרחרי ריב וועלכע פרייען זיך אויף יעדע שטיקל שמוץ און דברי בזיון אויף סקווער (מן הסתם אויך אויף יעדע אידישע קהילה קדושה) כמוצא שלל רב, און צו זיי ציהל איך אינגאנצן נישט. איך ווייס נאר אז עס זענען אויך פארהאן יונגעלייט מכל קצוי תבל וועלכע קוקן אויף סקווירא מיט פארוואונדערטע אויגן פרעגענדיג ‘וואס גייט דארט פאר אין סקווירא?’, און עס איז ביז היינט נאר געווען צו באקומען די באריכטן אין די נעגאטיווע פארמאט, צוליב דעם וואס די גאר גרויסע מערהייט פון בלאג פאסטערס זענען פון די מהרסים וועלכע קענען נישט פארנעמען די וואוקס און בליה פון סקווער, און ס’רוב פון סקווירא איינוואוינער און נאכפאלגער האבן נישט קיין עקסעס צו די זאכן בכלל, און דעריבער קען זיך אמאל דוכטן אז סקווער האט פארלוירן איר געלדענעם גלאנץ, דעריבער וויל איך אין די פאלגענדע שורות מסביר זיין וואס עס גייט באמת פאר, ווי ווייט איך בין באקאנט מיט די פאקטן.

וזה החלי… סקווער (אדער סקווירא, ווי עס ווערט אפיציעל אויסגעלייגט) איז אן הייליג שטעטל וועלכע איז געבויט געוואר בערך שנת תשי”ז מיט בלוט און שווייס דורך כ”ק מרן הקוה”ט מסקווירא ז”ל, מיט’ן איינציגן ציהל אז עס זאל זיין א פלאץ אין אמעריקא ווי מ’זאל קענען ערציהען די קומענדיגע דורות בקדושה וטהרה, און ס’זאל נישט אנקומען אזוי שווער ווי עס איז דאן געווען אין די שטאט אין וועלכע מ’איז אויסגעשטעלט צו די גוי’שע און מאדערנער גאס.

ער האט אוועק געשטעלט פארשידענע גדרים וסייגים וועלכע ער האט געפילט פאר וויכטיג, צו דער ערציהונג פונם יונגן דור.  איינס פון די גרויסע יסודות איז געווען אז אין סקווירא זאל נאר זיין איין ביהמ”ד און איין מנין שבת קודש און יו”ט צו קבל”ש און שחרית-מוסף, דער ציהל איז בפשטות געווען (ס’קען זיין אנדערע סיבות, אבער אזוי פארשטיי איך) אז אזוי וועט זיך איעדער תושב פילן ווי אן אקטיווער חלק אינ’ם זעלבן קהילה, און אזוי וועט זיין אן הנהגה צו וועלכע דער עולם וועט זיין אויסגעשטעלן ווייניגסטנס איינמאל א וואך דורכ’ן דאווענען צוזאמען. אבער אפגעזען צו דאס איז די סיבה, איז דאס, אן קיין ספק, געווען דעתו ורצון קדשו פונם מייסד פונם שטעטל, און ער האט נישט ארויפגעלייגט קיין עקספיירעישען דעיט דערויף, ווי אנדערע ווילן זאגן, אז ער וואלט שוין היינט אנדערש געזאגט.
זענען געקומען מהרסים וועלכע האבן זיך געפיהלט אומבאקוועם אין שטעטל, און אנשטאט מחליט זיין אז דער שטעטל איז נישט געמאכט פאר זיי, צוליב דעם וואס זיי פארנעמען נישט דער פאקט אז עס איז נאר דא איין הנהגה אין שטעטל, האבן זיי געוואלט טוישן איינס פון די גאר שטארקע יסודות אויף וועלכע די שטעטל איז געבויט געווארן, און ווערט ווייטער געפיהרט.

העכסט פארשטענדליך, אז דאס האט נישט געמעגט פארשוויגן ווערן, און די חברי הקהילה און דיינים פון שטעטל האבן פרובירט מיט איעדע מעגליכע טאקטיג, מיט גוט’ן און מיט בייזן, דאס אפצושטעלן, אומסוקסעספול. דערנאך איז ליידער געשען וואס עס איז געשען, וואס עס זענען כולי עלמא מודי אז האט נישט געדארפט געשען, אבער איז ווי נישט ווי אביסל פארשטענדליך.

לאמיר נעמען א משל פון א ביהמ”ד אין וויליאמסבורג. דער רב און מייסד פון ביהמ”ד האט איינגעפירט אז אין דער ביהמ”ד זאל נאר זיין איין מנין פאר שחרית שבת צופרי. נאך עטליכע יאר איז צוגעקומען נייע מתפללים, וועלכע האבן פון’ם אייגענעם מיינונג מחליט געווען אז דער ביהמ”ד דארף שוין נאך א מנין, און איין שיינעם שבת האבן זיי צוזאם געקראצט א מנין און זיך געשטעלט דאווענען. וואלט זיי דען דער רב נישט ארויסגעטראסקעט פון’ם ביהמ”ד? און אויב וואלטן זיי זיך נישט געלאזט מיט גוט’ן וואלטן די אנדערע ערנסטע מתפללים זיי לגמרי באזייטיגט. נישט קיין ספק.

ס’קען זיין אז דער מציאות פון נאר האבן איין מנין שב”ק צו קבל”ש און שחרית-מוסף קוקט אויס אין די אויגן פון די גאס ווי אן אומגעווענליכע און נישט גוטע זאך, אבער דאס איז געווען איינס פון די יסודות אויף וועלכע דער סקווערער רבי ז”ל האט מיסד געווען דער שטעטל. און אויב קומען יחידים און ווילן דאס אונטערברענגען, אוודאי ברענגט דאס אויף א געוואלדיגע היציגקייט אין די יונגווארג און מ’טוט וואס מ’טוט.

חוץ פון דעם, איז דער מנין וועלכע די מהרסים האב’ן מייסד געווען נישט געווען די איינציגסטע עוולה וועלכע זיי זענען באגאנגען אנטקעגן דער סקווערע רבי שליט”א און אנטקעגן רוב פון די תושבים וועלכע זענען צופרידן פונ’ם סקווערן לייף סטייל. זיי האבן געמאכט ליצנות פון די כח ההנהגה פון סקווער ווען נאר געווען מעגליך, און געזוכט וויאזוי נאר מעגליך אונטער צו ברענגן די כח ההנהגה פון סקווער.

עס פרעגט זיך אליין, ווי זענען די רעכטן פון’ם רוב פון די איינוואוינער וועלכע ווילן יא האבן די סארט הנהגה, און די מהרסים ווילן עס אונטער ברענגן? אויף צו האבן די זעלבע סארט הנהגה ווי אנדערע חסידישע מקומות קענען זיי אהין גיין. מיט וועלכע רעכט מעגן זיי צונעמען די לייף סטייל וועלכע די סקווערע איינוואוינער האבן? אויב איז עס נישט באקווען פאר זיי, זאלן זיי טרעפן וואס עס איז יא באקוועם, און נישט נעמען דעם עקזיסטירנדן לייף סטייל און ארום דרייען לויט זייער באקוועמליכקייט.

איך וויל קלאר שטעלן דעם טאון. איך האלט אויסדריקליך אז דער וועג פון טעראר איז נישט דער אידישער וועג. אבער עס איז ברור כחמה אז עס איז א געוואלדיגע עוולה אנטקעגן א קהילה קדושה, צו נעמען דער הנהגה פונם פלאץ, און צוליב יחידים וועלכע זענען נישט צופרידן פונם מהלך, פרובירן צו טוישן. און עס ברענג אויף הייס בלוט ביי די וועלכע קענען זיך נישט קאנטראלירן.

אפילו אויב די מהרסים וועלן זאגן אז רוב איינוואוינער פונם שטעטל ווילן נישט די יעצטיגע הנהגה, וועלכע איז פאר איעדן בר דעת קלאר שקר, זענען זיי נאכאלץ נישט בארעכטיגט דערצו. זיי מעגן אפשר פרובירן איבער צו רעדן מענטשן זאלן מופן צו פלעצער אין וועלכע זיי וועלן זיין מער צופרידן, אבער טוישן דער מהלך ההנהגה פון א פלאץ? אויסדריקליך אן עוולה שאין כדוגמתו, אנטקעגן דער מייסד פונם שטעטל, אנטקעגן דער סקווערע רבי שליט”א, אנטקעגן דיר רבני ודייני הקהילה, און אנטקעגן אלע איינוואוינער.

איך וויל דא אויך קלאר שטעלן אז אין סקווערער שטעטל וואוינען היין צו טאג בערך 1200 משפחות בלי עין הרע, און צו זאגן אז אין סקווער באגייט מען זיך טעראריסטיש און ענדליכע לאזונגען איז א געוואלדיגע עוולה. אויב פון 2500 ערוואקסענע מענטשן (מענער פרויען און בחורים) זענען פארהאן 10 מענטשן וועלכע קענען זיך נישט קאנטראלירן, ווערט שוין דער גאנצער שטעטל אפגעפרעגט? ווי איז פארגעסן געווארן די הונדערטער גאלדערנע יונגעלייט וועלכע לערנען 18 שעה’דיגע טעג? ווי זענען פארשטעקט די חשובע דיינים מיט וועלכע די רבנישע גאס קען זיך נישט גענוג אפוואונדערן? פארוואס הערט מען נישט אויף די גאס פון די סקווערע אפגעהיטענע בעלי בתים? יא, סקווער האט א גרויסע מאיאריטעט פון גאר חשוב’ע יונגעלייט און עלטערע יונגעלייט, און צוליב די עטליכע יחידים וועלכע טוהען נארישע עוולות אויך די אייגענע הענט, איז דאס דער אימעדזש וואס הייסט ‘סקווער’.

דער תירוץ איז פשוט. אין גארבעדזש קען איז נישט דא קיין אויבן אן, און  צו מיסט קלעבן פליגן. דער אלגעמיינע גאס ציהט צו לשון הרע ורכילות אנטקעגן יחידים און נאכמער אנטקעגן קהילות ווי פליגן צו מיסט. און אז מ’קען נעמען א קהילה קדושה ווי סקווירא און אויפבויען א קעיס אנטקעגן זיי, קוקט מען אוועק פון אלע פאזיטיווע פאקטן מיט וועלכע די קהילה איז ב”ה געבענטשט, און מ’קלעבט זיך אן אין די שמוץ וואס עטליכע אום קאמפאטענטע יחידים באגייען.
איך מיין אז עס איז צייט אז לכל הפחות יודן בעלי דעת זאלן איינזען אז די סחורה וואס ליגט ‘אן דיספלעי’ אויף די אינטערנעט, איז דירעקט ארויס געלייגט דורך אנשי בליעל וועלכע פארנעמען נישט קיין שום דבר שבקדושה און לייגן עס אן אויף יחידים און קהילות קדושות צו בארעכטיגן זייערע געוויסן.

שכוח פאר’ן מיר אויסהערן.

איך גיי צענזורירין די קאמענטס און נאר אריינלאזן זאכליכע קאמענטס. עס מעג זיין נעגאטיוו, אבער מוז זיין רעספעקטפול און אן ליצנות.

13 thoughts on “דע מה שתשוב

  1. וויאזוי קענט איר פייניגן זיין פרוי ? אפילו לשיטתך פון אלטע תקנות איז זי דען מחיוב אוועקצוגיין פון אים האסט נישט קיין צווייטען וועג טא בעד סאיז דאך נישט ערגער ווי איסור סקילה וואס איז דוחה שבת און דאס האבן די גבאים (*** )געטוהן

    • דארף מען זיך לאזן טרעטן אויף די הינער אויג? וויאזוי קענען זיי פייניגן הונדערטער איינוואוינער, מיט’ן צושטערן די לייף סטייל צו וועלכע זיי זענען צוגעוואוינט? זי איז נעבעך אריינגעפאלן און זי ליידט נעבעך די קאנסעקווענצן.
      ווי געשריבן אויבן איז די אקט וועלכע איז געטוהן געווארן אויסדריקליך נישט בארעכטיגט, און איז נישט דורך געפירט געווארן דורך גבאים. דער בחור האט נישט קיין שום עקסטערן שייכות מיט’ן סקווערע רבי שליט”א.

      • על זה אני דנין אויב די לא תעשה פון טשעפען א איד/אידענע איז דוחה דער מנהג המקום/לייף סטייל ,קומט דאך אויס אז דער אלטער סקווירא רבי ז״ל וואלט דאס בכלל נישט געטון צוליב די לא תעשה . אויב אזוי טרעט מען בכלל נישט אויפן ציבור ווען מלאזט צו א זאך וואס דער פריערדיגע רבי וואלט ווען אויך צוגעלאזט זי ליידט נישט קיין אומפארמיידליכע קאנסקווענצן נאר יודישע בחירה׳דיגע קאנסקווענצן

        • ווי געשריבן איז דער טעראר אקט אינגאנצן נישט בארעכטיגט, און איז ווי איר זאגט א לא תעשה. אבער צו זאגן אז צוליב דעם וואס איינער וועט נישט פאלגן תקנות המקום און עס קען מעגליך צוקומען צו טעראר, צוליב דעם וואלט דער אלטער סקווירא רבי ז”ל נישט געמאכט דער תקנה, איז נישט ריכטיג.
          און דאס וואס איר זאגט אז זי ליידט יודישע בחירה’דיגע קאנסעקווענצן, איז 100% ריכטיג. אבער דער בחירה איז צוערשט געקומען פון איר אייגענעם מאן, וועלכע האט גענומען אויף זיך די פליכט פון טוישן דער מהלך ההנהגה פון סקווירא, לכאורה וויסנדיג אז זיין משפחה וועט זיין אויסגעשטעלט צו טעראר.

  2. זייער פיין געזאגט ער זאגט גוטע טענות לדעתי אין מען טאר טאקע נישט משפטן א גאנצע קהילה אויף אזא מאוסע וועג

  3. סאיז די רבי’ס רצון אז מ’זאל טעראריזירען ווער עס גייט נישט אין שוואונג?
    פארוואס זעט מען א שמחה ביי רוב יינגעלייט ווען זיי הער’ן אז מ’האט טעראריזירט א “שונא”, זיי האלטען לכאורה אז די “טעראריזירער” טוהען דעם רבי’ןס רצון, אז די פאקט טאקע אזוי?

  4. איך וויל זיך באציען צו וואס ווערט געפרעגט אויף “אין סקווירא” דער חילוק פון פרידוואלד און פיין וועלי. עס איז נישט אינטערעסאנט צו ענטפערן דארט, ווייל קיינער זוכט דאך נישט דארט דער אמת.
    דער סיבה וואס דער רבי ז”ל האט געגעבן פאר איין מנין שבת און יו”ט איז געווען אז יעדער פון שטעטל זאל באלאנגען צו איין פלאץ, וואס דאס איז דער שליסל צו אחדות.
    ווען א איד פון שטעטל מאכט א “קביעות” צו גיין דאוונען ערגעץ אנדערש, אפילו אינדרויסן פון שטעטל, אפילו זיין גאנצע כוונה איז בלויז ווייל עס איז אים שווער צו דאוונען אין א גרויסן ביהמ”ד, האט ער זיך שוין אויסגעשלאסן פונעם כלל.
    דאס איז איינס. צווייטנס איז דא אז מען קומט דאוונען אין א שכינות’דיגער מקום מיט א דירעקטע כוונה צו מהרס זיין און אונטערברענגען הנהגה. אזא מנין, אפילו נאר איין מאל, ברענגט ער דאך בידים אונטער הנהגה און עס איז דאך די גרעסטע הירוס פאר אחדות וואס קען זיין.
    מיר רעדן דא נאר צו אזעלכע וואס פארשטייען אז זיין אונטער הנהגה ברענגט אחדות, און אונטערברענגען הנהגה איז לויטער פירוד און מחלוקת.
    ביים רבי’ן ז”ל האט זיך שוין אפגעשפילט אזוינס ווען מען איז אים געקומען זאגן אז “די עלטערע אידן” בעטן אז מען זאל מאכן נאך א מנין שבת אינדערפרי, ווייל עס איז זיי זייער שווער צו דאוונען אזוי שפעט. מען האט דעמאלטס געדאוונט האלב נאך עלף. האט ער זיך שטארק געבייזערט און געזאגט: “א מנין ווילן זיי? זיי ווילן מאכן פארטייען.” ווייזט אויס אז דער אלטער סקווירא רבי ז”ל, דער באוואוסטער אוהב ישראל, איז שוין אויך געווען אדיקטעט צו פאווער…
    ממילא איז זייער פשוט דער חילוק פון פרידוואלד און פיין וועלי: סקווירא האט נישט קיין שום פראבלעם ארויסצוהעלפן די שכינות’דיגע צענטערן מיט מנין שבת און יו”ט. מען האט אזוי געטון במשך פון צוואנציג יאר אין פרידוואלד, ווען עטליכע סקווירא יונגעלייט זענען יעדן וואך געגאנגען זען צו עס פעלט אויס משלים צו זיין מנין פאר די זקנים, און דאס זעלבע טוט מען יעצט אין פיין וועלי.
    אויף אזא אופן איז נישט דא קיין איינס פון די אויבנדערמאנטע פראבלעמען: נישט אז אידן פון שטעטל דאוונען מיט א “קביעות” ערגעץ אנדערש, און עס איז “מהרסים-פריי”.
    אויב וועט דער מהרס אהרן יודל אנקומען און דאוונען אין פיין וועלי, וועט טאקע פיין וועלי באקומען די זעלבע הלכה וואס פרידוואלד האט באקומען זינט זיי האבן דארט ארגאניזירט א מנין פאר לויטער הירוס.
    עס איז נישט פרידוואלד אדער פיין וועלי וואס מאכט דער חילוק. עס איז ווער און פארוואס מען דאוונט דארט.

    • פארוואס אלע יאהרן, נאך אסאך פאר די מהרס האט נאך דארטן געדאווענט, איז ווען מען האט נאר געפרעגט די רבי, אדער די רבי’ס קינדער צי מען מעג גיין משלים זיין מנין אין פרידוואלד, האט באקומען א קלארען ענטפער, אז ניין ממעג נישט בשום אופן נישט

      • אויב ס’איז אמת.
        אין פיין וועלי האט מען געשטעלט א ממונה וואס מאכט זיכער אז ס’בלייבט דאס וואס ס’דארף צו זיין.

וואס האלט איר?

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out / Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out / Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out / Change )

Google+ photo

You are commenting using your Google+ account. Log Out / Change )

Connecting to %s