דאס לעבן אין שטעטל סקווער


באמת האב איך גרייט אן ארטיקל ארויסצוברענגען די לעכטיגע זייט פונ’ם שטעטל סקווער בגשמיות און  אוודאי ברוחניות. נאר… איך בין די גאנצע צייט מסופק אויב וואס איך טוה מיט’ן שרייבן אויפ’ן אינטערנעט איז אויסגעהאלטן ע”פ תורה האב איך אויף דערווייל מחליט געווען אז איך וועל נישט ווייטער שרייבן, צוליב דעם פאלגענדן.

דער ציהל פארוואס איך האב געעפנט דעם בלאג איז, ווי יעדן באקאנט, קלאר צו שטעלן א צווייטן צד אינ’ם נושא וועלכע ווערט געשריבן אינ’ם בלאג ‘אין סקווער’, איך האב געפילט אז עמך יודן און בעלי בתים וועלכע קומען אן צופעליג צום בלאג וועלן אוועקגיין מיט’ן אימפרעשן אז זיי האבן טענות וואס מ’קען נישט אפפרעגן. דעריבער האב איך קלאר ארויסגעברענגט אז עס איז פארהאן א פאזיטיווער זייט, און ווי איר קענט זען האט דאס געהאט א געוואלדיגער אפקלאנג. אזוי ווייט  אז ‘אין סקווער’ האט גענוצט כל שום וחניכה אוועק צו מאכן מיינע נקודות, אן קיין ריכטיגע ענטפער, נאר בכל לשון של בזיון וואס ער האט געטראפן אינם ווערטער בוך. איך האב געגעבן דעם געלענהייט צו קאמענט’ן און איך האב אקצעפטירט ‘אלע’ קאמענט’ס וועלכע זענען געווען זאכליך, און אפגעענטפערט דיע וועלכע האבן געדארפט אן ענטפער. ‘זיי’ האבן נישט געוואלט נוצן דעם בלאג צו דעבאטירן, צוליב דעם וואס זיי האבן געוואוסט אז ‘דא’ וועט מען נאר קענען רעדן ‘צום זאך’, און דאס זענען זיי דאך נישט ביכולת.

איך האב געקריגן דעם געפיל אז איך האב שוין אויפגעטוהן מיין ציהל, ‘מישן עקאמפלישד’. איך האב זייער קלאר מסביר געווען דעם פאזיטיוון זייט פונ’ם ענין אזוי אז ווער ס’וויל פארשטיין האט די מעגליכקייט. און ווער ס’האט א געשמאק זיך צו קאכן אין דברי בזיון וליצנות אויף כל דבר שבקדושה איז וועלקאם צוריק צו גיין צו ‘אין סקווער’, פארשטייט זיך אויף אייער אייגענער אחריות. ווי עס זעט אויס איז נישט פארהאן קיין פלענער ביי ‘אין סקווער, זיך אפצושטעלן עני טיים סאאן.

איך דאנק אייך זייער פאר’ן מיר אויסהערן, אי”ה אויף בעסערע פלעצער.

וואס איז דער סקווערע רבי’ס רצון?


ב”ה איך הער צוריק געוואלדיגע גריסן פון אידן וועלכע ווילן הערן די צווייטע זייט פון די מטבע.

איין שאלה וועלכע אסאך האבן געפרעגט וויל איך דא אדרעסירן, אבער איך וויר נאכאמאל קלאר שטעלן, אז דאס איז א דעת יחידאה, עס איז מיין אייגענע מיינונג אלס א סקווערער נאכפאלגער, און אלס איינער וואס ווייסט די פאקטן אויף ביידע זייטן פון די מטבע, און אויב האלט איר אנדערש, זענט איר בארעכטיגט.

איך בין בכלל נישט דא זיך צו מתווכח זיין מיט דיע וועלכע קענען נישט פארנעמען די בליה און וואוקס פון סקווער, און זענען פארנומען מיט’ן מאכן ליצנות האפנדיג אז אזוי ארום וועט מען נישט דערהערן די ריכטיגקייט פונם מיינע ווערטער, ווי געשריבן אינ’ם פריערדיגע ארטיקל. איך קום נישט זיך דינגען מיט זיי, איך וויל נאר קלאר שטעלן וואס עס איז די אנדערע צד לויט ווי א פשוטער מענטש קוקט עס אן.

די שאלה וועלכע איך וויל אדרעסירן איז: וואס וואלט דער סקווערע רבי שליט”א געוואלט מען זאל טוהן?

דער פשוטער ענטפער האט דער סקווערע רבי אליין עטליכע מאל קלארגעשטעלט אלס זיין פערזענליכע מיינונג, אז ער וויל נישט קיין מעשה אלימות, און אז דאס איז קיינמאל נישט געווען דער דרך אין סקווער. וואס יא? לאמיר גיין צוביסלעך.

איך האב קלאר געשטעלט אינ’ם פריערדיגע ארטיקל אז דער ציהל פון דיע וועלכע האבן אוועקגעשטעלט נאך א מנין פאר שחרית-מוסף שב”ק איז געווען, דערמיט אונטער צו ברענגען דער כח ההנהגה פון סקווערן רבי שליט”א. און דאס איז א הירוס אין אידישקייט און אין מנהג המקום, ווייניגסטנס פאר די וועלכע ווילן זיך האלטן צו דער הנהגה, און דאס זענען די מערהייט פון די סקווערע איינוואוינער, און סקווערע חסידים בכלל. און ווי מיר זעהן עס נאך קלארער אין די לעצטע אויפשטייג אין שרייבעכצער פון זיי, ווי זיי האסן פשוט דער הנהגה אין סקווירא, און זיי האבן זיך געשטעלט פאר א ציהל עס אונטערצוברענגען אויף איעדע מעגליכע וועג.

דער סקווערער רבי האט זיך קלאר ארויסגעשטעלט און ברבים מוחה געווען אז מאכן נאך א מנין שב”ק איז אנטקעגן דעם רצון פונ’ם מייסד פון שטעטל, סקווערע רבי זי”ע, און ער האט געבעטן אז מ’זאל עס זעהן אפצושטעלן באצייטנס נאך פאר עס וועט מאכן א ברודער קריג אין שטעטל. העכסט פארשטענדליך אז דער ערשטער מהלך איז מיט’ן רעדן שיין, און פרובירן איבערצורעדן די מהרסים אז זיי זאלן נישט מאכן קיין מחלוקת, און נישט שטערן די הנהגה.

אז דאס ארבעט נישט דארף מען גיין א שטאפל ווייטער, אבער פארשטייט זיך אז דער רבי’ס רצון איז אז אלעס מוז זיין אויסגעהאלטן על פי תורה ולהבדיל ע”פ חוק, ווי ער האט קלאר געלאזט וויסן. דהיינו, מדארף טוהן אלעס וואס איז ערלויבט לויט’ן שו”ע צו טוהן פאר מהרסים און מחרחרי ריב. מ’מעג מוחה זיין ברבים, און עס זענען מן הסתם פארהאן אנדערע הלכות וואס מ’דארף טוהן אין אזעלכע פעלער. ער האט געשטעלט ממונים קער צו נעמען דערפון.

אין די זעלבע צייט ווי די וועלכע זענען געווען באאויפטראג צו פרובירן אפצושטעלן די מהרסים האבן געארבער הינטער די קוליסן, זענען געקומען בחורים און יונגע יונגעלייט מיט היציגע בלוט, און זיך נישט קענענדיג איינהאלטן צו זען ווי דער כבוד פון זייער רבי און מנהיג ווערט אזוי פארשעמט, האבן זיי אויף די אייגענע הענט אונטערגענומען שריט ווי מזיק זיין נכסים וכדומה, וואס איז מעגליך נישט אויסגעהאלטן ע”פ שו”ע, אפשר יא, מ’דארף פרעגן א פוסק, און עס איז ליידער געגאנגען אזוי ווייט ווי מזיק זיין נפשות. עס איז קלאר געטוהן געווארן על דעת עצמם, דער סקווערע רבי האט קלאר געזאגט אז מ’זאל נישט טוהן פעולות אלימות וועלכע זענען נגד התורה.

יא, די בחורים און יונגעלייט האבן עס געטוהן וועגן זיי זענען חס אויף די כבוד פונ’ם רבי’ן, און עס איז א געוואלדיגע צער, צו הערן ווי אייגענע מענטשן זענען מבזה דער רבי און די גאנצע הנהגה, און זיי שטעלן זיך ארויס אויפן גאס ווי פיינע מענטשן וועלכע ווילן העלפן סקווערע איינוואוינער. פאר יעדער נארמאלער געזעצטע מענטש האט געשטערט צו הערן די דברי בזיון וואס די מהרסים האבן געזאגט אויף זייער רבי און מנהיג אויף וועלכע זיי קוקן שטארק ארויף, ווי באקאנט.

און אצינד צום שאלה. אויב האט דער סקווערער רבי נישט געוואלט מ’זאל טוהן מעשה אלימות, פארוואס האט ער נישט מוחה געווען ווען מ’האט מזיק געווען מענטשן, און געטוהן ווילדע שטיק?

ווער עס קען דער סקווערע רבי און זיין הנהגה ווייסט גאר גוט, אז דער סקווערע רבי איז נישט קיין ראש ישיבה, אדער משפיע, און עס איז אינגאנצן נישט זיין דרך אריינצורעדן אין סכסוכים אדער מוחה צו זיין אויף סיי וואס ברבים. אדרבה, ווען האט איר דורכאויס די 45 יאר אלס רבי און מנהיג געהערט דער סקווערע רבי מוחה זיין אויף סיי וועלכע מעשה אלימות עס איז פארגעקומען אין שטעטל? עס איז נישט זיין וועג. דער סקווערע רבי איז א מנהיג פון חסידות סקווירא אין די וועלט און בפרט אויפן שטעטל סקווער, און ער רעדט בכלל גאר ווייניג ברבים, און בפרט זיך אריינצומישן אין סכסוכים און מחאות.

ווער עס קען דער סקווערע רבי האט נישט ערווארטעט דער רבי זאל מוחה זיין אז מ’האט אויפגעהאנגען איינעם’ס שיך אין ביהמ”ד, אדער אז מ’האט אויסגעשאסן איינעם’ס קאר פענסטער, ער האט דאס נאך קיינמאל נישט געטוהן און וועט דאס קיינמאל נישט טוהן.

עס צו לייגן אין פערספעקטיוו. קיין אמעריקאנער ערווארט נישט פרעזידענט אבאמא צו פארדאמען א שטעכעריי אין הארלעם, ווייל צו דעם זענען פארהאן פאליציי און אנדערע אויטאריטעטן וועלכע דילן מיט די אינצידענטן. להבדיל, אין סקווירא זענען פארהאן (אויסער די אייגענע עלטערן) משפיעים, ראשי ישיבה און משגיחים וועלכע זענען פאראנטווארטליך קער צו נעמען פון בחורים וועלכע פירן זיך נישט אויף כהוגן, און צו זאגן אז דאס איז דער סקווערע רבי’ס רצון און ער איז שולדיג אין מעשה אלימות פון בחורים וועגן ער האט נישט מוחה געווען איז א שטות.

די מהרסים דרייען שוין מיט’ן פינגער… אזוי!? ער איז נישט מוחה? פארוואס האט ער מוחה געווען אנטקעגן דער פרידוואלד מנין?

גוט געפרעגט… אבער עס איז זייער פשוט. עס איז זיין תפקיד. ער האט איבער גענומען א רביסטעווע און אן הנהגה, מיט אן אחריות עס צו פירן ווי דער רצון פון זיין טאטע, סקווערע רבי זי”ע. און אויב קומען מהרסים און ווילן עס אונטערברענגען, דארף ער טוהן וואס נאר מעגליך, און אויך ארויסגיין מגדרו און ברבים מוחה זיין דערויף. להבדיל ווען עס קומט פאר א טעראר אטאקע אין באסטאן וועט פרעזידענט אבאמא ארויסקומען עס פארדאמען, ווייל דאס איז זיין תפקיד אלס פרעזידענט.

איך מיין אז מיינע ווערטער זענען גאנץ פשוט און פארשטענדליך למי שיש לו מח בקדקדו און פארשטאפט עס נישט.

דאס איז מיין מיינונג, א דעת בעל הבית. האלט איר אנדערש? קיין פראבלעם. לאזט א קאמענט. איך וועל זיך באציהען צו קאמענטס וועלכע זענען רעספעקטפול.

דע מה שתשוב


צום אלעם ערשט וויל איך קלאר שטעלן אז איך בין נישט קיין אפיציעלער פארטרעטער פון סקווער און איך בין נישט באשטעלט געווארן דורך קיינעם.

 איך האב נאר אין די לעצטערע צייטן באקומען לינקס צו פארשידענע געשרייבעכצער, אין וועלכע איך זעה א געפערליכע האס און שנאה צו סקווירא, און איך, זייענדיג א נאכפאלגער פון סקווער, בין זייער געטראפן פון דער פאקט אז עס ווערט נישט אפגעענטפערט געהעריג, און מאנכע מיינען אז עס איז א בחינה פון שתיקה כהודאה. איך ווייס אז איך לאז מיך אריין אין דעליקאטע עניינים, אבער מיינע געוויסן הייסן מיר דאס צו טוהן, און איך פיהל אז עס איז אן עת לעשות.

אויך וויל איך קלאר באטאנען אז איך ווייס זייער קלאר אז איך גיי נישט טוישן די מיינד פון די מחרחרי ריב וועלכע פרייען זיך אויף יעדע שטיקל שמוץ און דברי בזיון אויף סקווער (מן הסתם אויך אויף יעדע אידישע קהילה קדושה) כמוצא שלל רב, און צו זיי ציהל איך אינגאנצן נישט. איך ווייס נאר אז עס זענען אויך פארהאן יונגעלייט מכל קצוי תבל וועלכע קוקן אויף סקווירא מיט פארוואונדערטע אויגן פרעגענדיג ‘וואס גייט דארט פאר אין סקווירא?’, און עס איז ביז היינט נאר געווען צו באקומען די באריכטן אין די נעגאטיווע פארמאט, צוליב דעם וואס די גאר גרויסע מערהייט פון בלאג פאסטערס זענען פון די מהרסים וועלכע קענען נישט פארנעמען די וואוקס און בליה פון סקווער, און ס’רוב פון סקווירא איינוואוינער און נאכפאלגער האבן נישט קיין עקסעס צו די זאכן בכלל, און דעריבער קען זיך אמאל דוכטן אז סקווער האט פארלוירן איר געלדענעם גלאנץ, דעריבער וויל איך אין די פאלגענדע שורות מסביר זיין וואס עס גייט באמת פאר, ווי ווייט איך בין באקאנט מיט די פאקטן.

וזה החלי… סקווער (אדער סקווירא, ווי עס ווערט אפיציעל אויסגעלייגט) איז אן הייליג שטעטל וועלכע איז געבויט געוואר בערך שנת תשי”ז מיט בלוט און שווייס דורך כ”ק מרן הקוה”ט מסקווירא ז”ל, מיט’ן איינציגן ציהל אז עס זאל זיין א פלאץ אין אמעריקא ווי מ’זאל קענען ערציהען די קומענדיגע דורות בקדושה וטהרה, און ס’זאל נישט אנקומען אזוי שווער ווי עס איז דאן געווען אין די שטאט אין וועלכע מ’איז אויסגעשטעלט צו די גוי’שע און מאדערנער גאס.

ער האט אוועק געשטעלט פארשידענע גדרים וסייגים וועלכע ער האט געפילט פאר וויכטיג, צו דער ערציהונג פונם יונגן דור.  איינס פון די גרויסע יסודות איז געווען אז אין סקווירא זאל נאר זיין איין ביהמ”ד און איין מנין שבת קודש און יו”ט צו קבל”ש און שחרית-מוסף, דער ציהל איז בפשטות געווען (ס’קען זיין אנדערע סיבות, אבער אזוי פארשטיי איך) אז אזוי וועט זיך איעדער תושב פילן ווי אן אקטיווער חלק אינ’ם זעלבן קהילה, און אזוי וועט זיין אן הנהגה צו וועלכע דער עולם וועט זיין אויסגעשטעלן ווייניגסטנס איינמאל א וואך דורכ’ן דאווענען צוזאמען. אבער אפגעזען צו דאס איז די סיבה, איז דאס, אן קיין ספק, געווען דעתו ורצון קדשו פונם מייסד פונם שטעטל, און ער האט נישט ארויפגעלייגט קיין עקספיירעישען דעיט דערויף, ווי אנדערע ווילן זאגן, אז ער וואלט שוין היינט אנדערש געזאגט.
זענען געקומען מהרסים וועלכע האבן זיך געפיהלט אומבאקוועם אין שטעטל, און אנשטאט מחליט זיין אז דער שטעטל איז נישט געמאכט פאר זיי, צוליב דעם וואס זיי פארנעמען נישט דער פאקט אז עס איז נאר דא איין הנהגה אין שטעטל, האבן זיי געוואלט טוישן איינס פון די גאר שטארקע יסודות אויף וועלכע די שטעטל איז געבויט געווארן, און ווערט ווייטער געפיהרט.

העכסט פארשטענדליך, אז דאס האט נישט געמעגט פארשוויגן ווערן, און די חברי הקהילה און דיינים פון שטעטל האבן פרובירט מיט איעדע מעגליכע טאקטיג, מיט גוט’ן און מיט בייזן, דאס אפצושטעלן, אומסוקסעספול. דערנאך איז ליידער געשען וואס עס איז געשען, וואס עס זענען כולי עלמא מודי אז האט נישט געדארפט געשען, אבער איז ווי נישט ווי אביסל פארשטענדליך.

לאמיר נעמען א משל פון א ביהמ”ד אין וויליאמסבורג. דער רב און מייסד פון ביהמ”ד האט איינגעפירט אז אין דער ביהמ”ד זאל נאר זיין איין מנין פאר שחרית שבת צופרי. נאך עטליכע יאר איז צוגעקומען נייע מתפללים, וועלכע האבן פון’ם אייגענעם מיינונג מחליט געווען אז דער ביהמ”ד דארף שוין נאך א מנין, און איין שיינעם שבת האבן זיי צוזאם געקראצט א מנין און זיך געשטעלט דאווענען. וואלט זיי דען דער רב נישט ארויסגעטראסקעט פון’ם ביהמ”ד? און אויב וואלטן זיי זיך נישט געלאזט מיט גוט’ן וואלטן די אנדערע ערנסטע מתפללים זיי לגמרי באזייטיגט. נישט קיין ספק.

ס’קען זיין אז דער מציאות פון נאר האבן איין מנין שב”ק צו קבל”ש און שחרית-מוסף קוקט אויס אין די אויגן פון די גאס ווי אן אומגעווענליכע און נישט גוטע זאך, אבער דאס איז געווען איינס פון די יסודות אויף וועלכע דער סקווערער רבי ז”ל האט מיסד געווען דער שטעטל. און אויב קומען יחידים און ווילן דאס אונטערברענגען, אוודאי ברענגט דאס אויף א געוואלדיגע היציגקייט אין די יונגווארג און מ’טוט וואס מ’טוט.

חוץ פון דעם, איז דער מנין וועלכע די מהרסים האב’ן מייסד געווען נישט געווען די איינציגסטע עוולה וועלכע זיי זענען באגאנגען אנטקעגן דער סקווערע רבי שליט”א און אנטקעגן רוב פון די תושבים וועלכע זענען צופרידן פונ’ם סקווערן לייף סטייל. זיי האבן געמאכט ליצנות פון די כח ההנהגה פון סקווער ווען נאר געווען מעגליך, און געזוכט וויאזוי נאר מעגליך אונטער צו ברענגן די כח ההנהגה פון סקווער.

עס פרעגט זיך אליין, ווי זענען די רעכטן פון’ם רוב פון די איינוואוינער וועלכע ווילן יא האבן די סארט הנהגה, און די מהרסים ווילן עס אונטער ברענגן? אויף צו האבן די זעלבע סארט הנהגה ווי אנדערע חסידישע מקומות קענען זיי אהין גיין. מיט וועלכע רעכט מעגן זיי צונעמען די לייף סטייל וועלכע די סקווערע איינוואוינער האבן? אויב איז עס נישט באקווען פאר זיי, זאלן זיי טרעפן וואס עס איז יא באקוועם, און נישט נעמען דעם עקזיסטירנדן לייף סטייל און ארום דרייען לויט זייער באקוועמליכקייט.

איך וויל קלאר שטעלן דעם טאון. איך האלט אויסדריקליך אז דער וועג פון טעראר איז נישט דער אידישער וועג. אבער עס איז ברור כחמה אז עס איז א געוואלדיגע עוולה אנטקעגן א קהילה קדושה, צו נעמען דער הנהגה פונם פלאץ, און צוליב יחידים וועלכע זענען נישט צופרידן פונם מהלך, פרובירן צו טוישן. און עס ברענג אויף הייס בלוט ביי די וועלכע קענען זיך נישט קאנטראלירן.

אפילו אויב די מהרסים וועלן זאגן אז רוב איינוואוינער פונם שטעטל ווילן נישט די יעצטיגע הנהגה, וועלכע איז פאר איעדן בר דעת קלאר שקר, זענען זיי נאכאלץ נישט בארעכטיגט דערצו. זיי מעגן אפשר פרובירן איבער צו רעדן מענטשן זאלן מופן צו פלעצער אין וועלכע זיי וועלן זיין מער צופרידן, אבער טוישן דער מהלך ההנהגה פון א פלאץ? אויסדריקליך אן עוולה שאין כדוגמתו, אנטקעגן דער מייסד פונם שטעטל, אנטקעגן דער סקווערע רבי שליט”א, אנטקעגן דיר רבני ודייני הקהילה, און אנטקעגן אלע איינוואוינער.

איך וויל דא אויך קלאר שטעלן אז אין סקווערער שטעטל וואוינען היין צו טאג בערך 1200 משפחות בלי עין הרע, און צו זאגן אז אין סקווער באגייט מען זיך טעראריסטיש און ענדליכע לאזונגען איז א געוואלדיגע עוולה. אויב פון 2500 ערוואקסענע מענטשן (מענער פרויען און בחורים) זענען פארהאן 10 מענטשן וועלכע קענען זיך נישט קאנטראלירן, ווערט שוין דער גאנצער שטעטל אפגעפרעגט? ווי איז פארגעסן געווארן די הונדערטער גאלדערנע יונגעלייט וועלכע לערנען 18 שעה’דיגע טעג? ווי זענען פארשטעקט די חשובע דיינים מיט וועלכע די רבנישע גאס קען זיך נישט גענוג אפוואונדערן? פארוואס הערט מען נישט אויף די גאס פון די סקווערע אפגעהיטענע בעלי בתים? יא, סקווער האט א גרויסע מאיאריטעט פון גאר חשוב’ע יונגעלייט און עלטערע יונגעלייט, און צוליב די עטליכע יחידים וועלכע טוהען נארישע עוולות אויך די אייגענע הענט, איז דאס דער אימעדזש וואס הייסט ‘סקווער’.

דער תירוץ איז פשוט. אין גארבעדזש קען איז נישט דא קיין אויבן אן, און  צו מיסט קלעבן פליגן. דער אלגעמיינע גאס ציהט צו לשון הרע ורכילות אנטקעגן יחידים און נאכמער אנטקעגן קהילות ווי פליגן צו מיסט. און אז מ’קען נעמען א קהילה קדושה ווי סקווירא און אויפבויען א קעיס אנטקעגן זיי, קוקט מען אוועק פון אלע פאזיטיווע פאקטן מיט וועלכע די קהילה איז ב”ה געבענטשט, און מ’קלעבט זיך אן אין די שמוץ וואס עטליכע אום קאמפאטענטע יחידים באגייען.
איך מיין אז עס איז צייט אז לכל הפחות יודן בעלי דעת זאלן איינזען אז די סחורה וואס ליגט ‘אן דיספלעי’ אויף די אינטערנעט, איז דירעקט ארויס געלייגט דורך אנשי בליעל וועלכע פארנעמען נישט קיין שום דבר שבקדושה און לייגן עס אן אויף יחידים און קהילות קדושות צו בארעכטיגן זייערע געוויסן.

שכוח פאר’ן מיר אויסהערן.

איך גיי צענזורירין די קאמענטס און נאר אריינלאזן זאכליכע קאמענטס. עס מעג זיין נעגאטיוו, אבער מוז זיין רעספעקטפול און אן ליצנות.